אחרי יותר משלושים שנה השירים זוכים לעדנה מחודשת • צפו

    דוד קליגר 1 Comment on אחרי יותר משלושים שנה השירים זוכים לעדנה מחודשת • צפו

    הזמר לוי פאלקאוויטש ממשיך לחדש שירים ישנים ומגיש ביצוע נהדר לשני שירים אותם הלחין ר' יו"ט עהרליך ומבוצעים במקור ע"י גדול הזמר החסידי מרדכי בן דוד באלבום 'איך האב געווארט'

    18:18
    28.03.24
    זמן אוויר No Comments on הסינגלים השירים והאלבומים החדשים | חדשות התעשייה

    התכניות האחרונות

    ארכיון תוכניות

    פוסטים אחרונים

    תגיות

    לפני למעלה משלושים וחמש שנים הוציא גדול הזמר החסידי מרדכי בן דוד את האלבום 'איך האב געווארט', אלבום המכיל בין השאר מיטב מהיצירות והלחנים של ר' יום טוב עהרליך.

    הזמר לוי פאלקאוויטש נוהג מידי פעם לשיר בכל מיני אירועים בהם הוא מופיע הרבה משיריו הישנים של גדול הזמר, שאותם הדור הצעיר בכלל לא מכיר.

    בחתונה שהתקיימה לאחרונה בויליאמסבורג ביצע לוי את השירים "ויכולו השמים" ו"שבת קודש", בליווי מקהלת 'ידידים' ובעיבוד מדוייק של אברומי ברקו.

    צילום וידאו: מוטי אנגל.

    מילים:
    ויכולו עס האבן זיך גענדיגט די הימל אין די ערד
    אין אלץ וואס צי זיי געהערט
    ויכל ער האט באשאפן
    אלץ וואס ער האט געטראכט
    און דע זיבעטן טאג א רוה טאג געמאכט

    ס׳איז פלוצלונג געווארן איז שטיל מיט א מאל
    אין וואלד אויפן בארג און אין טאל
    דער ברומען פון חיות דער פויגל געשריי
    דער דונער דער שטורעם דער שניי

    אלע באשעפענישן קליין אדער גרויס
    ציען צום הימל זיך אויס
    מען עפנט די אויגן
    די קאפ הויבט מען אויף
    און קוקן צום הימל ארויף

    אדם הראשון שטייט איינער אליין
    ער קוקט און ער קען נישט פארשטיין
    א הייליגע ליכטיגקייט האט ער דערזען
    ער ווייסט נישט וואס דא איז געשען

    ער זעהט די נשמות זיי פליען ארויף
    די וועלטן זיי הויבן זיך אויף
    ער פיהלט ווי די וועלט אונטער איהם הויבט זיך אויך
    און טראגט איהם ביז אויבען ארויף

    די גאנצע בריאה פארט מיט איהם מיט,
    אלעס צום הימל געציהט
    די וועלדער, די פעלדער, די בערג אינדערמיט
    אלע הויבן זיך אויף און מען פליהט

    די ריזיגע פיש, ווי די בערג אזוי גרויס
    קוקן פין וואסער ארויס
    די בהמות זיי שטייען אויף אלע פיר פיס
    און קיקען צום הימל זיך זיס

    פלוצלונג דערהערט ער א הערליכן קלאנג
    א זיסער מלאכים געזאנג
    מען גיט דעם באשעפער א לויב אין א דאנק
    פאר׳ן שבת דעם ליבן געשאנק

    און אדם הראשון דערהערט אין געדאנק
    ער ווייס שוין די שמחה פארוואס
    און הויבט אן צו זינגען דעם ערשטן געזאנג
    מזמור שיר ליום השבת

    שבת קודש……

    שבת, שבת קודש – קומט דאך אויף דער וועלט,
    שבת, שבת קודש – אלס ווערט אפגעשטעלט,
    שבת, אויפן וואסער – שבת אויפן פעלד,
    שבת, אידערויסן – שבת אין געצעלט

    שבת, שבת קודש – באלד זעקס טויזענט יאר
    קומט דער ליבער שבת קודש – פונקט גענוי אין קלאר
    שבת, שבת קודש – דער ליבלינג פון דעם איד
    ער ליבט דעם שבת, און ער שעצט איהם, ווי דעם אויג עם היט

    שבת קודש קומט מיט אונז צוזאמען
    אויף אלע וועגן, אויף אלע שטעגן, איבער אלע ימ׳ען
    אין דעם גרויסן גלות קלעם, אין פחד און אין שרעק,
    גייט מען אויף קידוש השם, פון שבת נישט אוועק
    געשעפטן גרויסע מיט פארדינסט, לאט מען אפ מיט שרעק
    ווי דער שבת קומט צו גיין. ווארפט מען אלס אוועק



    1 תגובות

    מיין תגובות